Tuesday, July 17, 2018

VE VANT MOSHIACH NOW!!!

At a farbrengen 44 years ago, Parshas Vayeshev, the Lubavitcher Rebbe ztz"l had this to say on the Rambam's signs for Moshiach:

"עס איז פאראן אזוינע וואס זיינען געקומען מיט א קרומע סברא, אז היות אז דער רמב"ם אליין שרייבט ווייטער אז כל הענינים זיינען ניט בדיוק, איז במילא אויך די פרטים וואס דער רמב"ם שרייבט אין דעם סדר הגאולה זיינען אויך ניט בדיוק.


עס איז פארשטאנדיק אז מען קען אזוי ניט זאגן, ווארום אויב אזוי קען מען דאך שוין זאגן - להבדיל - ווי די גוים זאגן, אז משיח איז שוין געקומען!

נאר עס איז פארשטאנדיק אז די אלע פרטים וואס דער רמב"ם שרייבט יע, איז א זיכערע זאך אז זיי זיינען אויסגעהאלטן. און דאס וואס ער שרייבט אז 'לא ידעו בבירור', איז דאס בנוגע צו די אנדערע פרטים פון ביאת המשיח, וואס זיי זיינען נישט אזוי נוגע, און מטעם זה האט מען ניט מכריע געווען ווי אזוי זיי וועלן זיין, ווארום זיי זיינען ניט אזוי נוגע להלכה.


...וואס דאס איז אויך דער ביאור אין א דבר פלא וואס מען געפינט אין רמב"ם: בכלל בריינגט דאך דער רמב"ם ניט קיין ראי' לדבריו, נאר ער שרייבט סתם אז אזוי און אזוי איז די הלכה, משא"כ בשעת ער שרייבט וועגן דעם סדר פון ביאת המשיח, ברענגט ער א ראי' פון ר' עקיבא'ן, אז ער איז געווען א חכם גדול כו', "ודימה הוא וכל חכמי דורו" אז בר כוזיבא איז געווען משיח.


וואס לכאורה איז דאס ניט פארשטאנדיק: מילא דאס וואס דער רמב"ם דערמאנט אז ר' עקיבא האט געמאכט אזא טעות, איז פארשטאנדיק, ווארום דאס איז דאך פארבונדן מיט די ראי' וואס ער ברענגט, אבער פארוואס דארף דער רמב"ם שרייבן אז "כל חכמי דורו" האבן אלע געמאכט דעם זעלבן טעות?


נאר דער רמב"ם באווארנט דא, אז עס וועט אמאל קומען א צייט וואס איינער וואס האלט זיך פאר 'עקיבא בן יוסף' בדורו וועט מחליט זיין וועגן א געוויסע מאורע, אדער וועגן א געוויסן מענטשן, אז דאס איז משיח, און כל חכמי דורו וועלן מסכים זיין מיט אים, און ווי מען זעהט אז ער האט געקראגן חתימות אויף זיין ספר וכו'.


און דאס זאגט דער רמב"ם: אין די צייט פון ר' עקיבא האט געקענט זיין אזא טעות, ווארום מען האט נאך ניט געוואוסט יעמולט די פרטי וסדרי הגאולה, אבער נאך דעם ווי דער רמב"ם שרייבט קלאר דעם סדר הגאולה, דארף ניט זיין קיין מקום לטעות". עד כאן לשונו הקדוש.

FASCINATING!!!:-) ודי לחכימא המבין בשפת האידיש.