נולד בשנת תרע"ד לאביו הגאון ר' אלי' קאהן אב"ד וואשאר-נאמעני (חתנו בזוו"ר של הגאון ר' שלמה סופר אב"ד בערעגסאז, והוא נולד לזוו"ש).
בימי בחרותו הלך ללמוד לדעברעצין אצל הגאון ר' שלמה צבי שטערן זצוק"ל, ובפרעסבורג אצל הגאון בעל דעת סופר זצוק"ל.
כשהגיע לפרקו נשא את בתו של הגאון ר' משה חיים גרינפעלד אב"ד סענט-פעטער - בעמח"ס שו"ת חיים ברצונו. אחר חתונתו ישב על התורה ועל העבודה ושימש בהוראה אצל חמיו.
אחר שנות הזעם נשא בזיוו"ש את בתו של ר' שאול יחזקאל רייך מסענט-פעטער נכד ר' שאול ליטשיקער זצ"ל. באותו תקופה נתמנה לכהן פאר בתור אב"ד סענט-פעטער עד שנסע לארה"ב.
נפטר י"ד תמוז שנת תשנ"ט
בימי בחרותו הלך ללמוד לדעברעצין אצל הגאון ר' שלמה צבי שטערן זצוק"ל, ובפרעסבורג אצל הגאון בעל דעת סופר זצוק"ל.
כשהגיע לפרקו נשא את בתו של הגאון ר' משה חיים גרינפעלד אב"ד סענט-פעטער - בעמח"ס שו"ת חיים ברצונו. אחר חתונתו ישב על התורה ועל העבודה ושימש בהוראה אצל חמיו.
אחר שנות הזעם נשא בזיוו"ש את בתו של ר' שאול יחזקאל רייך מסענט-פעטער נכד ר' שאול ליטשיקער זצ"ל. באותו תקופה נתמנה לכהן פאר בתור אב"ד סענט-פעטער עד שנסע לארה"ב.
נפטר י"ד תמוז שנת תשנ"ט
רבי בנציון האט מיר אליינס געזאגט אז ער האט שוין אלס בחור "געקענט כל ספרי ר' יוסף ענגיל בעל פה" איר הערט א גאונות!!
ער פלעגט נישט פירן אן אייגן ביה"מ, ער האט געזאגט אז "ער וויל נישט זיין קיין מקוה איד" ודפ"ח! אנשטאט פלעגט ער פירן שלש סעודות און צעלימער ביה"מ אינטען בשעת די צעלימער רב האט געפירט אויבן!! און קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז עס איז עפעס א פראבלעם, דאס איז געווען צהעלימער רב'ס מידות!
ער פלעגט נישט פירן אן אייגן ביה"מ, ער האט געזאגט אז "ער וויל נישט זיין קיין מקוה איד" ודפ"ח! אנשטאט פלעגט ער פירן שלש סעודות און צעלימער ביה"מ אינטען בשעת די צעלימער רב האט געפירט אויבן!! און קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז עס איז עפעס א פראבלעם, דאס איז געווען צהעלימער רב'ס מידות!
דער גאסט האט זיך צוגעזעצט און אנגעהויבען מיטלערנען מיט אים, אזוי האבן די
צוויי געלערנט פאר א האלבע שעה אנע דעם וואס דער סענפעטערער רב זצ"ל זאל
אפי' קוקען ווער זיין חבר איז נאר איז געווען פארטיעפט אין די סוגיא. ווען
זיי זענען געקומען צו אן אפשטעל הייבט דער רב אויף זיינע הייליגע אויגען
און דערקענט דעם גאסט, זאגט ער 'אה איר זענט דאס' ברענגטס אריין פירות א
ברכה צו מאכען.
געהערט א ענליכע מעשה (אדער אפשר איז עס גאר די זעלבע מעשה) האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז איינמאל זעענדיג אין וומסב"ג רופט ער זיך אן צו זיין באגלייטער, ווילסט זען בדורינו איינער וואס ווען ער לערנט איז ער נישט דאהי, לאמיר ארויפגיין צום סענפעטער רב, דער רבי איז אריינגעקומען און דער רב איז געזעסן און געלערנט, דער רבי כאפט א בליק וואו ער האלט אין גמרא און ער פרעגט אים א קשיא און ער ענטפערט און דער רבי פרעגט עס אפ, אזוי האט זיך אנגעהויבן א משא ומתן בפלפול א שטיק צייט, דער רב האט ניטאמאל געקוקט ווער ס'רעדט צו אים, אינמיטן געבט זיך דער רב א הייב אויף דעם קאפ און ער זעט דעם רבין, רופט ער זיך אן, אה איר זענט דאס, נו זעצט אייך אראפ
אין איינע פון די היזיגע אשכולת האט אונזער ידיד וידיד כל בית ישראל הרב בןהרחמן ערווענט אז מ'וואלט געדארפט עפענען אן אשכול איבער דעם גרויסן גאון וצדיק רבי בנציון הכהן קאהן זצ"ל, באקאנט אלץ סענפעטער רב. בכן, אזוי ווי מ'האמיר די זכיה געהאט צו האבן קרבות משפחה מיטן רב זצ"ל, עפענען מיר אן אשכול לזכרו.
דער סענפעטער רב ז"ל איז מערסטנס באקאנט אין די וועלט מיט זיינע גאונישע חיבורים, שו"ת אבני ציון ד"ח, קרבן ציון על מס' מעילה, תורת ציון על התורה, ועוד.
ביי אונז אין וויליאמסבורג האט מען געוויסט אז סענפעטערער רב האט אן אוצר הספרים פון איבער "פערציג טויזענט ספרים" און אסאך רבנים גאונים און תלמידי חכמים פלעגן גיין צו אים אין שטוב לערנען אין זיינע ספרים וואס ער האט געלאזט בחפץ לב. ער האט געוויסט יעדע פון זיינע צענדליגע טויזענטער ספרים פונקטליך ווי זיי ליגן, און ס'איז אפשר נישט קיין גוזמא צו זאגן אז ער האט געוויסט וואס ס'שטייט דערין אויך...
אויב כ'דענק גוט פלעגט ער חול המועד זאגן א פלפול אין סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סטריט און דער עולם פלעגט שפרינגן פון זיין חריפות.
דער עולם ווערט געבעטן ממשיך צו זיין.
איך געדענק ווען ער פלעגט רעדן יעדן חוה"מ א דרשה אין סאטמאר ביהמ"ד אין ראדני סטריט. עס פלעגט זיין א גרויסער עולם, ער פלעגט רעדן חידושים, פולפולים, גג על גג, מיט א שטארקע בקיאות און חריפות, דער עולם איז געשטאנען מיט אפענע מיילער, צו זעהן ווי א איד וואס כל התורה כולה מונח לפניו. יהא זכרו ברוך.
א שטארק מערקווירדיגער עפיזאד וואס צייגט אויפן מורא'דיגן באגריף פון זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהם, האט אונז דערציילט איינער פון די מקורבים ביי כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א וועלכער האט זוכה געווען אליין בייגעוואוינען דעם פאלגענדן עפיזאד.
געווען איז דאס בשנת תשנ"ט לפ"ק ווען איינער פון די גדולי וזקני הרבנים אין וויליאמסבורג איז ל"ע נישט געווען בקו הבריאות, ווען ער איז אהיימגעקומען און אנגעהויבן צוריק צו קומען צום סדר היום איז דער קרית יואל'ער רב איז אריינגעפארן אים מבקר חולה זיין און פארברענגען אין לערנען.
זיצענדיג און פארברענגענדיג האט דער קרית יואל'ער רב מעלה געווען על שולחן הדיונים פארשידענע שאלות בהלכה וואס זענען לעצטענס אויפגעקומען אין די שטאט, וואס די גדולי האחרונים זענען שטארק פארנומען דערמיט, ווילענדיג הערן דעם חוו"ד להלכה פון דעם רב, וועלכער איז אלע יארן געווען פון די גדולי הפוסקים וידיו רב לו אין הלכתא גבירתא בפרט אין אזעלכע סארט שאלות. יענער רב אבער לגודל חולשתו, אין א בחינה פון שברי לוחות מונחים בארון, האט זיך נישט געקענט מצמצם זיין צו ענטפערן, און ער האט בכלל נישט געוואוסט צו צוטירן קיין שום מראה מקום איבער דעם ענין וואס איז זייער א ברייטער שמועס אין די פוסקים.
עס איז געווען א שטארק ווייטאגליכער מאמענט זעהנדיג ווי אן עלטערער רב א גדול בתורה איז אין אזא צושטאנד, איז דער שמועס פארקירעוועט געווארן צו סיפורי צדיקים וכדומה.
נאכן באזוך האט זיך אנגעזעהן אויפן קרית יואל'ער רב א שטארקע צובראכענקייט און אויפטרייסלונג פון דעם וואס ער האט יעצט מיטגעלעבט, אזוי אויך די באגלייטער וואס זענען מיטגעגאנגען זענען געווען זייער צוטראגן זעהנדיג אזא ווייטאגליכער מצב.
זעהנדיג דעם צוגעלייגטן שטימונג רופט זיך דער קרית יואל'ער רב אן "לאמיר גיין זעהן וואס עס הייסט זקני תלמידי חכמים, לאמיר אריבערגיין צום סענפעטער רב אין שטוב".
ווען דער קרית יואל'ער רב שליט"א איז אריינגעקומען צום רב אין שטוב - ווי דערמאנט איז דאס געווען א קורצע צייט פארן הסתלקות לחה"ה ווען זיין חוש הראי' און דער חוש השמיעה איז אים שוין ל"ע געווען אזוי שוואך - איז דער רב געזעסן אינעם דיינונג רום איבערגעבויגן איבער א שו"ת הרשב"א, ווען דער לעקטער מיטן פארגרעסערונג גלאז העלפן אים ליינען די קליינע אותיות. זייענדיג פארזינקען אין די סוגיא פון "טבח ומכר ביום הכיפורים", נישט מערקענדיג אפילו אז מענטשן זענען אריינגעקומען אין שטוב.
נאך עטליכע מינוט ווען זיי זענען דארט געשטאנען הארט נעבן אים, האט ער זיך אויפגעכאפט פון זיין פארטיפטקייט, און ער האט באמערקט אז מענטשן שטייען נעבן אים, דער קרית יואל'ער האט באלד אנגעהויבן דעם שמועס אויף דעם תשו' הרשב"א אין די סוגיא, און נאך איידער זיי האבן בכלל געטוישט עטליכע ווערטער איז א פייערדיגער פלפול של תורה געלאזט געווארן אין גאנג, ווען דער רב וועלכער איז אזוי קראנק און שוואך קעמפט ווי א לייב און עס גיסט זיך פון אים ממעינה של תורה.
נאך א לענגערע צייט זיך מפלפל זיין האקט דער רב איבער דעם שמועס "איר זענט אפשר רבי אהרן?!...". עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט ביז איצט ניטאמאל געכאפט מיט וועמען ער רעדט אין לערנען, נישט זעהנדיג געהעריג אויף די אויגן, און עס האט אים ניטאמאל אינטערעסירט מיט וועמען ער רעדט, ווייל אויב איז דאס א משא ומתן בהלכה אדער בפלפולא דאורייתא, וואס איז דאס אייגענטליך א נפקא מינה צו עס איז א רב מפורסם אדער א יונגער בחור'ל, דער עיקר אז מען רעדט אין לערנען.
דערציילט דער באגלייטער "איבער צוויי שעה נאכאנאנד האט געדויערט דער פלפול בתורה, ווען דער סענפעטער רב זעהט אויס ווי א יונגערמאן, זיין מויל שפרודעלט, עס גיסט זיך מראה מקומות, מימרות, א מעיין המתגבר ונהר שאינו פוסק, עס שפרונגט זיך פון איין סוגיא צו די צווייטע, און עס זעהט אויס ווי כל התורה כולה, איבער אלע סוגיות, אלע מקצועות גיסט זיך דא אויפן טיש, ווען תוך כדי דיבור איז ער מחדש חידושים נפלאים, און נאר ווען עס איז געווארן דער זמן מנחה האט זיך דער שמועס געמוזט איבערהאקן".
ארויסגייענדיג פון שטוב רופט זיך דער רב אן צו די באגלייטער "דאס הייסט א תלמיד חכם!...".
בעיקר דארף פארצייכנט ווערן זיין סבר פנים יפות פאר יעדן צורבא מרבנן וועלכער איז געקומען צו אים בארגן א ספר, מיט וואס פארא תשואות חן ער האט יעדן פראבירט ציפרידן צישטעלן, סיי אן עלטערן און סיי או יונגערמאנטשיקל, גענוי ווי די גמרא זאגט אין כתובות וצדקתו עומדת לעד זה הכותב ספרים ומשאילן לאחרים
יהא זכרו ברוך.